(אױך באַקאַנט װי פֿיך־זיצונג: Rump Session, מושבֿ פּרים)

  • יעדער אײנער קען גײן צום עמוד און רעדן װען עס װילט זיך. ס׳איז נישט נײטיק זיך צו פֿאַרשרײַבן. מיט אַ ביסל דרך־ארץ  איז נישט שװער פֿעסטצושטעלן װער רעדט.
  • יעדער אײנער קען רעדן אײן מאָל אײדער װער נישט איז רעדט אַ צװײט מאָל.
  • אױב עמעצער װעל געבן  אַ שטיק װאָס איז אַ המשך אין דער זעלבער טעמע קען ער שרײַען „צוזאַמענשטעל!“ און זײַן דער קומעדיקער.
  • מע רעדט פֿיר מינוט אױף װאַסער נישט איז טעמע: מ׳קען רעדן װעגן אַ באַליבטן שטיקל היסטאָריע אָדער שטאָט־פּלאַנעװען אָדער פֿיזיק אָדער אַבי װאָסער. מ׳קען  אָדער פֿאָרלײענען אַ ליד אַדער טאַנצן אָדער זינגען.
  • ס׳איז דאָ אַ סטאָפּער. נאָך פֿיר מינוט פּינקטלעך, אָן יוצא־מין־הכּללן, פּאַטשען אַלע מיט התלהבֿות.
  • פֿאַר אַ ביסל קאָמעדיע: ס׳איז פֿאַרװערט בעטן  נאָך צײַט בײַם עולם (אַחוץ לױט דער שטימונג װי אונטן). אַז אַ רעדנער בעט דאָך נאָך צײַט, זאָגן  די אָנטײל־נעמערס „נעבעך“ אין אַ פֿאַרזאָרגטן טאָן און אים געבן אַ טרײסטנדיקן נעם אַרום.
  • אױב דער רעדנער װיל ממשיך זײַן, שטימט  דער עולם אָפּ צי צו דערלױבן נאָך דרײַ מינוט. זײַט נישט איבעריק מקיל! ס׳דאָרפֿן זײַן נאָר צװײ דריטל לערך פֿון די געלעגנהײטן אַז מען דעלױבט יאָ. דאָס פּאַטשען גיט אַלעמען דאָס געפֿיל אַז זײ  פֿאַרגינען דעם רעדנער און דערנאָך פֿילן זײ אַז זײ קענען  שטימען לױט זײער רצון צו זען מער פֿון אײן טעמע.
  • אין די לעצטע צװאַנציק מינוט פֿון דער סעסיע  איז „איבערצײַט“ און ס׳איז נישטאָ קײן שטימונג.